|
Article on other languages:
|
אן ארטיקל איז א געשריבענע אפהאנדלונג פון אן ענין, פארן ליינער זיך צו דערקענען מיט אלע איינצילהייטן. (אויב זייט איר אן אנהייבער און איר ווילט זיך אויספרובירן צו שרייבן אן ארטיקל, ביטע ניצט זיך מיטן זאמד קאסטן און ניט מיט עקזיסטירטע ארטיקלען). שרייבןוויאזוי שרייבט מען בכלל? ליינט דעם ארטיקל איבער שרייבן. נעמען פון קעפלעך
א קעפל באלאנגט
שפראךאין דער יידישער וויקיפעדיע שרייבט מען נאר ארטיקלן אויף דער יידישער שפראך, אויב איר האט אן ארטיקל אויף אן אנדער שפראך, ווערט איר געבעטן אירם איבערזעצן אויף יידיש, און דאן אים דא אויפשרייבן. וויבאלד די פרומע פארנעמען זיך נישט מיט ווערטער וואס פארטוהען זיך מיט באגריפן פון דער וועסטליכער קולטור, ווי צ.ב.ש. ווערטער וואס פארטוהען זיך מיט וויסנשאפט, ליטעראטור, קולטור אד"ג, איז ראוי צו מאכן פון די ווערטער ווידער ריכטונגען פון ענגלישע אדער העברעישע טערמינען כדי זיי זאלן אויך קענען האבן צוטריט צו די ארטיקלן. אבער דאס הויפט קעפל בלייבט אייביק אויף דער גאר אלטער יידישער שפראך. אויב דער טערמין איז פון א נייער טעכנאלאגיע וואס אויף דעם איז נישטא קיין טראדיציע ווי אזוי דאס צו שרייבן, דארף מען זיך אנהענגען צו דער יידישער גראמאטיק. ווי צ.ב.ש. אזעלכע ווערטער וואס ענדיקן זיך מיט tion- אויף ענגליש ווערן זיי אויף יידיש פארוועטן מיט "-ציע" אד"ג. אויב מען שרייבט אן ארטיקל אויף א קאמערציעלער צייכן ווי צ.ב.ש. אויף דער "Gmail" געזעלשאפט אדער "הדסה" געזעלשאפט, זאל מען שרייבן א ווידער-ריכטונג פון דעם אריגינעלן נאמען. ווייטערפירןאויב די טעמע פונעם ארטיקל קען מען שרייבן מיט עטליכע קעפלעך, שרייבט דעם ארטיקל מיט זיינע אלע קעפלעך, און העלפט אייך ארויס מיטן ווייטערפירן פונקציע. ווארט פון קעפל וואס האט מערערע באדייטןאויב אייער ארטיקל האט עטליכע באדייטן, ווי צום ביישפיל דאס ווארט ווארעם, דארפט איר שרייבן א בלאט מיטן מוסטער באדייטן און אנצייכענען יעדע ווערט מיט אן אייגענעם צייכונג. פארבינדונגען (לינקס)א הויפט מעלה פון וויקיפעדיע איז די לינק טול. ווייל ווען מען ליינט איבער איין ענין, וואס רירט אן אן אנדער ענין, קען מען שפרינגען שנעל אהין און צוריק דאס צו ליינען ביידע אויפאמאל אן שרייבן אויף איין בלאט איבער צוויי טעמעס. ווען איר שרײַבט אדער ענדערט אן ארטיקל, ביטע שטעלט א לינק צו וואס מער ווערטער וואס זענען א טעמע פאר זיך, כדי צו פארברייטערן די וויקיפידיע, אפילו איר האט נישט איצט קיין צייט צו שרייבן וועגן יענעם ענין וועט אבער אן אנדער שרייבער ווערן צוגערעדט דאס יא צו שרייבן זעענדיג אז דאס איז נאך א רויט לינק. ווען מען שרייבט אן ארטיקל, איז זייער וויכטיג אריינצושטעלן פאסיגע דרויסנדיקע פארבינדונגען (לינקען). זעט צ"ב דאס ווערט דעמאקראטיע.
אידישקייטכאטש וואס די וויקיפעדיע איז פריי פאר אלע פעלקער גלייך, פון דעסוועגן זיינען דאך די עיקר ליינערס פון דעם יידישער פאלק, אלזא, איז כדאי שטענדיג צולייגן אינפארמאציע פון דער יידישער קולטור. אבער ס'איז כדאי צו שטעלן די אינפארמאציע אין א באזונדערע טיטל "לויט די תורה" א.ד.ג. זעט צ"ב דאס ווערט דיין. אביעקטיוו און נייטראלמען דארף אייך געוויס נישט ערקלערן, אז די ווקיפעדיע איז פריי פאר אלע, און די ארטיקלן מוזן ווערן נייטראליש געשריבן; אן ארטיקל טאר נישט נעמען קיין שטעלונג אין א מחלוקת, נאר מוז ברענגען די פערספעקטיוון פון ביידע זייטן. למשל, אויב איר זענט א פרייער, סעקולערער איד, טארט איר נישט בלויז ארויסברענגען די נעגאטיווע זייט פון רעליגיע. דאס זעלבע פארקערט, א פרומער איד טאר נישט אטאקירן דעם פרייען לעבנסשטייגער. האקעלע מחלוקת טעמעעמפינדלעכע ארטיקלן וואס האט מיינונגספארשיידנהייט און וויכוחים דערהין, קען מען לייגן אויבן דער מוסטער {{מחלוקת}} דאפעלטע ארטיקל
מאכן אפטיילונגען מיט קעפלעךכדי צו ארגאניזירן די ארטיקלן, קענט איר אפטיילן די ארטיקל מיט פאראגאפן און אונטער פאראגאפן, כדי דאס צו טאן שרייבט אין א באזונדערע ליניע א טיטל ארום געצייכנט מיט די סימנים: צוויי == מאכט דעם הויפט פאראגאפ (מען קען דאס מאכן מיטן קנעפל A) , דריי === מאכט אן אונטער פאראגאפ (קנעפל A2), פיר מאכט די אונטערן אונטערע פאראגאפ א.א.וו. זעה הילף:אפטיילונגען אנהייבן דעם ארטיקל מיטן נאמען אינעווייניגווען איר הייבט אן שרייבן, באגאנונגט אייך נישט נאר מיט דעם אז דער ארטיקל האט שוין א קעפל, נאר טייפט דאס איבער אנפאנג ארטיקל, אונטער די דיקקייט. למשל ווי דא אויבן דאס ווארט ארטיקל איז איבערגעטייפט אנפאנג אפילו די טעמע האט שוין א קעפל. נישט תיכף אויפהיטן נאר קודם איבערקוקן אין פאראויסיקער ווייזונגאיידער איר ענדיגט אנשרייבן אדער פאררעכטן אן ארטיקל, דריקט נישט באלד "זייט אויפהיט", נאר קוקט דאס קודם איבער דורך "פארארויסיקע ווייזונג" און ערשט דערנאך היט דאס. ווייל אויב איר מאכט א טעות און האלט אין איין אויפהיטן און פאררעכטן מאכט שווער דעם טראפיק און קאמפליצירט פאר די אדמיניסטראטורן נאכצוקוקן די לעצטע ענדערונגען, ווייל סאיז צו פיל. זיך צוריק האלטן פון נקודותא קעפל פון אן ארטיקל, איז זייער וויכטיג צו ווערן געשריבן אן קיין נקודות, ווייל רוב באנוצער האבן נישט קיין נקודות אויף זייער קלאוויאטור (קי-בארד), און ביים זוכן וועלן זיי דאס קיינמאל נישט טרעפן. געדענקט צו קאטעגאריזירןס'איז זייער וויכטיג ווען איר ענדיגט דאס, אריינצולייגן אין א קאַטעגאָריע כדי מ'זאל דאס אייביג קענען טרעפן גרינג, און ס'זאל זיין א מסודרדיגער בנין די גאנצע וויקיפעדיע. נישט שרייבן קיין פריוואטע לשון הרעדאס איז רעלאטיוו צום מענטש און ענין, אבער כלליתדיג אויב א מענטש לייקענט עפעס אן ענין און עס איז געווען אויף א פריוואטן פלאץ, וואס נישט קיין רבים האט איר געקענט זעהן איז דאס אין כלל פון לשון הרע (און דער שרייבער וועט ארויסגעווארפן ווערן פאר באגיין אזא חטא נאכן ווארענען). נישט אויסמעקן קליינע ארטיקלןדערווייל האט אונזער הויפט מנהל געמאכט א פאליסי אז קליינע ארטיקלן אפילו דעם אינהאלט איז אזוי שטארק ארים אז עס קוקט אויס ווי א ווערטער בוך, טארן נישט געמעקט ווערן, ווייל לעת עתה זענען מיר נאך זייער קליין און אויב מען מעקט קליינע ארטיקלן וועלן מיר בלייבן אן גארנישט. אויב באדערט אייך א קליינער ארטיקל בארייכערט דאס. ספעציעל אז דאס האט נאך א שוועסטער ארטיקל אין ענגליש קענט איר דאך דאס קאפירן דעם אינהאלט. גוטע מקורות נאכצושרייבן
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.