|
Article on other languages:
|
זאקן פאפעט (א שטרומפ מאסקע פון א אנדער פנים אויף די אייגן האנט פון אונטער א פיראנג, וואס מאכט אויסקוקען ווי 2 מענטשן רעדן) דאס איז א באנוצער וואס האט מערערע באנוצער נעמען און איז א זאך וואס איז נישט ערלויבט. אבער עס איז יא דערלויבט אויב טוט מען דאס נישט צו שאפן פאלטשע קאנסענסוס אויף איין טעמע. אויך איז פארבאטן פאר עטליכע נייע באנוצער זיך איינשרייבן אויף איין מאל, דורך דעם וואס זיי ווערן גערופן דורך זייער פריינט זיך אנצונעמען פאר אים, זיי הייסן פלייש-פאפעטס.
ווען מען טאר זיך נישט באנוצען מיט מערערע באנוצער נעמעןאויף איין טעמע איז נישט ערלויבט ווייל דעמאלטס איז ער א דיקטאטור וואס שאפט קאנסענסוס פאלשערהייט אויף אן ענין. און צווינגט ארויף זיין דעה אויף אנדערע מיטן אויסנערן אז עס איז דא אסאך באנוצער וועלכע האלטן אזוי. אבער אפילו עס איז אין באזונדערע ארטיקלן, נאר אויפן זעלבן ענין איז אויך נישט ערלויבט. לדוגמא קנאות, סאטמאר אדער סתם חרדים וואס זענען אלע איין קאטעגאריע וואס אויב מען ליינט זיך אפ די אלע ארטיקלן באקומט מען איין פערספעקטיוו וואס איז אויסגעפארעמט אויבן אויף דורך פארשידענע באנוצער אבער אין אמת'ן איז דאס איינער אליינס. נייעס מיטן נעמען כסדר א מיינוג פאזיטיוו פאר איינעם און נעגאטיוו פאר א צווייטן איז פארבאטן ווייל עס איז דאך איין טעמע. אויך זיך אויסצוגעבן אויף איין באנוצער איז נישט ערלויבט, אפילו נישט אויף די זעלבע טעמע, נאר ער שרייט אן די זעלבע באנוצער מיט אפאר פון זיינע באנוצער נעמען, אחוץ די סיבה פארוואס ער רעדט צו יענעם באנוצער איז ווייל ער האט עפעס פערזענליך געטאן לגבי אים אליינס מוז ער דאך רעדן. ווייל דאס מאכט אן אויסקוק ווי דער באטראפענער ווערט גערודפט דורך מערערע באנוצער, און עס פארשעמט שטארק דעם באטראפענעם אומיושרדיג. אויף וואלןסיבה: ווייל עס איז נישט קיין יושר צו פעלטשן וואלן. 2 מאל זיין א סיסאפסיבה: ווייל סיסאפס האבן א גרעסערן כוח, אויב האט איר אויפגעהערט צו נוצן איין נאמען, דארפט איר נאכאלטס אויפגעבן סיסאפ רעכטן. באהאלטן אייער עדיט טרעק רעקארדסיבה: ווייל דעמאלטס צעמישט איר די סיסאפס וואס קען נישט געהעריג נאטשעקן אלע אייערע עדיטס. פארשטייט זיך אז דער כוונה מוז ווערן אויפגעדעקט אז דאס איז עס טאקע די קעיס. אז מען טוט דאס בדווקא צו באהאלטן זיך די עדיטס פון די סיסאפס מען זאל נישט כאפן וואס איר שרייבט. אויסקראסן פאליסיסיבה: ווייל דעמאלטס ווילט איר דאך דא אנזייען א חורבן אין וויקיפעדיע, און אויף איין נאמען קען מען זיך אן עצה געבן, אבער אויב מאכט איר פארשידענע נעמען דאס צו טאן קען מען דאך נישט זיך קיין עצה געבן געהעריג. דער איסור עובר צו זיין אויף פאליסי איז חל אויפן מענטש נישט אויף זיין נאמען, דעריבער קען ער ווערן געבלאקט אפילו אויף זיין גוטער און מערסטער באנוצטער נאמען. גוטע האנט און שלעכטע האנטסיבה: ווייל די שלעכטער נאמען איז דירעקט א ניק נאמען צו ברעכן פאליסי. די סארט זאקענפאפעט מאכט זיך מער אפט ביי סיסאפס וואס ווילן זיך לעבן בשלום מיטן עולם און מאכן א צווייטער נאמען מיט וואס צו פירן מלחמות דאס איז נישט ערלויבט. ווען מען מעג זיך יא באנוצן מיט מערערע באנוצער נעמעןפארשידענע נעמען איז יא לעגעטים ווען עס קומט פאר די פאלגענדע סיבות: צו באהאלטן אידענטיטעט פון שרייבער
ראלע שפיל
גילוי - אויפדעקן באנוצער וועלכע האבן אומערלויבטע מערערע באנוצער נעמעןאויב זעט איר א באנוצער האט אסאך באנוצער נעמען און ער נוצט דאס אויף א פאל עס איז נישט ערלויבט, שרייבט דאס אריין דא אונטן כדי אים אויפצודעקן, אז עס זאל נישט הערשן א פארנעפלטע אטמאספערע כאילו מערערע באנוצער האלטן ווי אים, ביז א 2 3 סיסאפס וועלן אים בלאקירן די איבעריגע נעמען. איר דארפט ארויסשרייבן פונקטליך אויף וואס אייערע סברות זענען געבויט אז ער איז א סאקפאפעט. עס איז נישט ערלויבט צו באשולדיגן א באנוצער נישט דא און נישט אין אנדערע בלעטער אז ער האט פארשידענע באנוצער נעמען, אויב איז עס נישט געבויט אויף קיין שום פארשטענדליכע גרונדען ווי פאלגענד:
איז גילוי א שטראף?חס מלהזכיר, דאס קומט בלויז פארבעסערן וויקעפעדיע אז מען זאל וויסן אז דער באנוצער האט מערערע באנוצער נעמען. און אפילו אויב דער באנוצער נעמט זיך שטרענג פאר צו האלטן די פאליסיס, קען אויך זיין אז ער זאל פארגעסן און זיך אריינלאגירן בטעות מיט אנדערע באנוצער נעמען, און בטעות יא עובר זיין אויף די פאליסיס. דעריבער איז דער גילוי גאר א טובה פאר אים אז דאס זאל אים דערמאנען אז עס איז נישט אויסגעהאלטן. נייע באנוצער דארפן וויסן אז טאמער מען האט אייך מגלה געווען ווערט נישט באליידיגט און פילט אייך נישט געטראפן אדרבה נעמעט איייך אויפצובויען וויקיפעדיע, און אייער רעקארד וועט רעדן פאר זיך. כאראקטיריסטיקס פון א סאקפאפעט
|
This article is from Wikipedia. All text is available under the terms of the GNU Free Documentation License.